Help

צייטווייליגע מעלדונג – אידיש\ענגליש פראבלעמען

עס זענען פארהאן געוויסע צעטליך וואס מען קען נישט טייפן ענגליש אנשטאט אידיש אדער פארקערט (למשל ביים שורה פונעם אדרעס א.א.וו.), נאר בלויז די שפראך וואס איז לכתחלה אנגעשטעלט.

אפילו עס זעהט אויס פיין אויפן Preview וועט עס נישט געהעריג אויסקומען ווען מען קויפט עס.
מיר האלטן אינמיטן פאררעכטן דעם פראבלעם, אבער דערווייל זאלט איר אייך ביטע באנוצן בלויז מיט׳ן אנגעגעבענעם שפראך, אדער קענט איר יא פראבירן אן אנדערע שפראך, און אויב עס קומט נישט גוט אויס שיקט אונז אן אימעיל אז מיר זאלן אייך ריפאונדן די ערשטע ארדער, און פראבירט א צווייטע צעטיל.

 


>>      For YouTube formatted video click here    <<



 

how-it-works

 

ווידיאו: וויאזוי ארבעט צעטיל מעיקער?

הערט אויס די קורצע שיעור פונעם מדריך הרב שמואל אליעזר הורוויץ וויאזוי צעטיל מעיקער ארבעט.

נאך וועם הייסט ער שמואל אליעזר? און ווער איז זיין פאטער? הערט אויס, עס וועט אייך פאראינטערעסירן.


 

 


״צעטיל מעיקער” האט זיך געעפנט בשנת תשע״ד צו פארגרינגערן דאס מאכן צעטלעך פארן היימישן עולם, מען זאל זיך נישט דארפן פלאגן און ארומלויפן צו דעם און צו יענעם און באצאלן הויכע פרייזן ביים מאכן א צעטל. און היינט איז עס שוין ב״ה א פאקט אז מען קען יעדע וואך זעהן אין בתי מדרשים פון אלע היימישע געגנטער הענגען אונזערע צעטליך.

b8a1230e-eb60-4b0c-bb5c-e3c1ed650cc6מיר הערן דאס צוריק פון היימישע אידן אומעטום, פון אמעריקא ביז אייראפע און ארץ ישראל, וואס קומען באזוכן צעטיל מעיקער און לאזן אונז איבער א יישר כח מיט התפעלות.
נישט אומזינסט איז צעטיל מעיקער געווארן די ערשטע אדרעס וואס מענטשן געבן ווען מען פרעגט זיי “וואו קען מען מאכן א שמחה צעטיל”?
די צעטליך צייכענען זיך אויס מיט זייער הערליכע רואיגע קלאסישע דעזיין וואס איז פאסיג פאר יעדעם, און מיט די קלארקייט פונעם “פי די עף” אז מען קען עס ארויספרינטן אין אלע סייזעס וויאזוי מען וויל.

ווי איר וועט זעהן ביים ארומקוקן אויף די טעמפלעטס לייגן מיר אריין גרויסע כוחות אז די דעזיין זאל זיין הערליך און צוגענגליך, מיר וועלן בלי”נ כסדר צולייגן פרישע דעזיינס אי”ה.

וויאזוי עס ארבעט:

די צעטל וועט איר קענען פולקאם נוצן און ארויספרינטן ביי אייער פרינטער אדער שיקן צו א פרינטער – איינמאל די פעימענט וועט אריבערגיין… בעפאר’ן צאלן וועט איר בלויז קענען זעהן א “פריוויו” פון די צעטל, מיט די לאגא פון “צעטל מעיקער” ארויפגעלייגט דערויף.

נאכ’ן אריינלייגן אלע אייערע אינפארמאציע אין די באשטימטע טעמפלעט וואס איר האט אויסגעקליבן, וועט איר דארפן אריינלייגן אייער אימעיל אדרעס, און דאן צאלן מיט “פעי פעל” (מען מוז נישט האבן קיין פעיפאל אקאונט, מען קען צאלן מיט א געהעריגע קרעדיט קארד). א פרישע אקאונט וועט זיך אויטאמאטיש עפענען פאר אייך, איר וועט באקומען אין אימעיל אייער באניצער נאמען און פעסווארד, און א האלבע מינוט נאכדעם וואס די פעימענט איז אריבער וועט איר קענען דאולאודען דעם צעטל גרייט אין א “פי די עף” פארמאט דורך אייער אקאונט אויף דעם וועבסייט. (געוויסע שמחה צעטליך וועלן האבן אויף זיך איינמאל די ווארט TzetelMaker אין גאר קליין אויף א ווינקל אין די זייט – אפילו נאכ’ן צאלן. מען קען דאס אויך זעהן אויף די פריוויו).

אויב האט איר נישט באקומען אן אימעיל פון אייער אקאונט אינפארמאציע, קוקט אין אייער “ספעם” פאלדער, עס קען זיין עס איז אנגעקומען דארט.

אריינלייגן די אינפארמאציע

די אינפארמאציע וואס איר לייגט אריין סעיווט זיך ״נישט” אויף א אופן עס צו קענען פאררעכטן שפעטער, די בעסטע איז עס צו מאכן ווען מען האט גרייט אלע אינפארמאציע, און אויב זענט איר מסופק אויף א געוויסע פרט האלט אפען דעם בלאט ביז איר האט אלע אינפארמאציע, ווייל איינמאל איר מאכט צו דעם בלאט ווערט אלעס אויסגעמעקט. (פארשטייט זיך אז איינמאל די פעימענט איז אדורך – איז די אינפארמאציע ארויף אויפן פי די עף וואס איר וועט קענען דאונלאודען, אבער איר וועט דאס שוין נישט קענען פאררעכטן).

צו זעהן גרעסער דעם צעטל בשעת איר לייגט אריין אייער אינפארמאציע, דרוקט אויפן קיבארד CTR מיט די “+” קנעפל, און דערנאך CTR מיט די “-” קנעפל צוריק קלענער צו מאכן.

סייז פון די צעטלעך

די סייזעס פון די צעטלעך לויפן דערווייל אויף די צוויי אנגענומענע אמעריקאנער סטאנדארטן אין פרינטינג: 1) א פולע פעידזש, וואס איז גרויס 8.5 ביי 11 אינטשעס, 2) העלפט דערפון וואס איז 5.5 ביי 8.5 אינטשעס, וואס אזא סייז קען מען ארויפלייגן צוויי דערפון אויף א פולע פעידזש, אבער אפילו די קליינע סייז קען מען ארויספרינטן און גרעסערע מאכן אויף א 8.5 ביי 11 פאפיר, ווייל עס איז גענוג קלאר.

אויב ווילט איר ארויפלייגן צוויי אויף א בלאט וועט איר דאס מוזן טון אין אייער אייגענע פראגראם, אויב פרינט איר דאס ארויס אזויווי עס איז – 5.5 ביי 8.5 – אבער אויף א פולע פעידזש, איז גוט ארומצושניידן אז עס זאל נישט זיין צופיל ליידיגע ספעיס ארום.

שיקן די צעטיל דורך אימעיל

אויב ווילט איר שיקן די צעטיל צו אייערע חברים דורך אימעיל, רעקאמענדירן מיר דאס צו מאכן צו א קלענערע פייל, אז אייער חבר זאל דאס קענען גרינג עפענען און זעהן אויף סיי וועלכע פלאץ. זעהט דא פאר אנווייזונגען.

אונזערע פלענער בעזה”י

אונזערע פלענער אויפן צוקונפט זענען בעזה”י צו פארגרעסערן און פארשענערן דעם וועבזייטל, און צולייגן נאך און נאך אפציעס וואס מען זאל אליינס קענען אויסשטעלן איינפאך און שנעל, אן דארפן צוקומען צו איבעריגע קאפוויי  מיט וואס דאס איז לעת עתה פארבינדן.