וויאזוי עס ארבעט:

די ערשטע זאך איז, אויסקלויבן אייער קאטעגאריע, דערנאך דער דעזיין וואס געפעלט אייך דאס מערסטע לויט די פרייז וואס איר ווילט באצאלן, קליקט אויפן צעטל צו עפענען די אפציעס. לייגט אריין די שמחה אינפאו אין די באצייכנטע Fields און ווען איר זענט צופרידן דרוקט Add To Cart.

דערנאך לייגט אריין אייער Billing Info אין די באשטימטע Fields, אויב האט איר א פראמא קאוד לייגט דאס אריין, דאן די קרעדיט קארד אדער פעיפעל, און א קורצע צייט נאכדעם וואס די פעימענט איז אריבער וועט איר קענען דאולאודען דעם צעטל אין א קלארע Resolution אן די וואטערמארק סיי אין א PDF פארמאט ארויסצופרינטן, ווי אויך אין א JPG פארמאט ארומצושיקן גלייך אויף די מידיע פלאטפארמע פון אייער אויסוואל. ווי אויך וועט איר קריגן אן אימעיל מיט די ארדער אינפאו און די צעטל אין ביידע פארמאטן ווי אויבן דערמאנט.

אויב האט איר נישט באקומען אן אימעיל פון אייער אקאונט אינפארמאציע, קוקט אין אייער “ספעם” פאלדער, עס קען זיין עס איז אנגעקומען דארט. פאר סיי וואספארא פראבלעם זענען מיר שטענדיג דא אייך צו העלפן אין א קורצן צייט אפשניט.

 

טעות לעולם חוזר!

נישט ממש.. אבער מיט די נייע אפציע פון פארריכטן א צעטל נאכן קויפן, איז די נערווירנדער איבערמאכן דעם צעטל און פארלאנגען ריפאנדס א פארגאנגענהייט! דערנאך וואס איר ענדיגט אייער באשטעלונג וועט איר האבן עטליכע טעג צו מאכן פארריכטונגען אין די “טעקסט” פון אייער צעטל, ווי נישט גוטע ספעללינגס, א טעות אין א נאמען, אדרעס, דאטום אד”ג, מיט די נייע אפציע קענט איר קויפן אייער צעטל מיט “Peace of Mind” וויסנדיג אז אויב מאכט איר א טעות מיט די ווערטער ווער איר דאס קענען פארריכטן אומזינסט וויפיל מאל איר ווילט פאר די נאכפאנגנדער טעג, ווי אויך קענט איר זיך פארבינדן מיט אונז אויב איר דארפט האבן מער טעג פאר קאררעקשנס.

 

סייז פון די צעטלעך

די סייזעס פון די צעטלעך לויפן דערווייל מעסטנס אויף די 5.5″x8.5″ סייז (האלב פון א געווענטליע צעטל) וואס איז געווען אנגענומען ביז נישט לאנג צוריק אלס די סטאנדארד פאר שמחה צעטלעך, ווי אויך איז דא א צאל פול-סייז צעטלעך, און נאך אנדערע פארשידענע סייזעס. מיר טוען שוין אקטיוו און מיר וועלן נאך מער פארשטערקערן דאס אפדעיטן די סייט מיט גאר שיינע נייע דיזיינס מיטן היינטיגן “טאטש”, וואס וועט זיין עוועילעבל אינעם היינט פאפולער פולע 8.5″x11″ סייז. דערווייל קען מען ווי ביז איצט אנשטעלן ביים פרינטן “Fit to page” עס צו פרינטן פול סייז, און ס’וועט האבן ליידיג פלאץ ביי די צוויי זייטן.

 

אונזערע פלענער בעזה”י

ווי איר זעהט האבן מיר גענצליך איבערגעמאכט דער דעזיין און די פונקציאנאליטעט דא אויפן נייעם פלאטפארמע, ווי אויך האבן מיר שוין צוגעלייגט עטליכע ניי פיעטשורס אריינגערעכנט דאס מעגליכקייט צו פארריכטן די אינפאו נאכן קויפן אן צו דארפן איבערמאכן דעם גאנצן ארדער, ווי אויך דאס איז מ’באקומט א JPG אין צוגאב צו די ביז איצטיגע PDF פארמאט.
 
די Closed Beta וואס האט זיך געענדיגט נישט לאנג צוריק איז ב”ה געקרוינט געווארן מיט סוקסעס און דעמיט טוען מיר זיך באדאנקן פאר אלע וואס האבן אנטייל גענומען דערין, אונזער טיעם פון דעוועלאופער ארבעטן שווער צו ענדיגן אלע אפציעס וואס איז רעקאמענדירט געווארן, און אין די קומענדיגע פאזעס וועט מען אי”ה באלוינען אלע אנטייל נעמער ווי צוגעזאגט.
 
יעצט אין די Open Beta פאזע בעטן בעטן מיר ווייטער שטארק אריינצושיקן סיי וואספארא באג מען באגעגנט, ווי אויך אויב האט מען סיי וואספארא איידיע וויאזוי מיר קענען פארבעסערן דעם ערפארונג פון די באזוכער און קויפער.